װאָרט | אָפּטײַטש |
אוהו | גרעסטער פֿון דער סאָװע־משפּחה, אײנער פֿון די שטאַרקסטע רױבפֿײגל |
אױסטײַען | מאַכן עס זאָל צעגײן פֿון װאַרעמקײט |
אומשליאָנדערן | אַרומגײן פּוסט־און־פּאַס; אַרומװאַנדערן |
אַזיסט | אַז נישט, אלא נישט |
אײַנשפּונטעװען | אַרײַנגיסן און פֿאַרמאַכן אין אַ פֿלאַש מיט אַ שפּונט; אײַנפֿלעשלען |
אַלכסונדיק | [אַלאַ֜כסנדיק] װי אַן אַלכסון; דיאַגאָנאַל |
אַניט | 1) טאָמער נישט, אלא נישט; 2) (צום סוף פֿון זאַץ) נישט אַזױ? נישט אמת? |
אַספֿאָדיל | געװיקס פֿון דער ליליען־פֿאַמיליע מיט װײַסע, ראָזע אָדער געלע בלומען |
אַרבאַלעסט | מיטל־עלטעריש געװער; פֿײַל־און־בױגן צוגעפֿעסטיקט צו אַ שטעקן װאָס קען אַרױסשיסן פֿײַלן מיט אַ גרױסער גיכקײט |
אַרױסבלעקען | אַרױסשטעלן, אַרױסשטעקן (די צונג) |
אַרױסגאַנג | דער ערשטער גאַנג פֿון שאַכשפּיל |
אַרױפֿהאָפּסלען | אַרױפֿגײן מיט האָפּסלעך; אַרױפֿשפּרינגען |
אַרומניוכען | אַרומשמעקן, אַרומזוכן |
אַרונטערשלײַדערן | אַראָפּװאַרפֿן מיט כּוח אָדער געװאַלד |
אַרײַנלושטשען | אַרױסנעמען קערנדלעך (למשל אַרבעס) און לאָזן דאָס שאָלעכץ אַרײַנפֿאַלן אין אַ כּלי; אַרײַנשײלן |
באָרדאָ רױט | אַ שאַטירונג צװישן רױט און פּערפּל |
בוקנבױם | אַ מין בױם; בוק, ביטשענע |
בריװטירעלע | די עפֿענונג אין אַ פֿאָדערשטער טיר װוּ מע שטופּט אַרײַן די פּאָסט |
בריִעכצװײַן | װײַן געמאַכט פֿון בריִעכץ, אַ געװיקס מיט שאַרפֿע הערעלעך אױף די בלעטער |
געדענקמירל | אַ מין העל בלױער בלום; פֿאַרגעסנישטל |
דיקטאַמנוס | אַ מין געװיקס, װאָס װערט געניצט אױף אױסצוהײלן געװיסע װוּנדן |
דעלקל | אַ מין זיס געבעקס |
האַלדזקײט | שטריקל אָדער רימען אױף צו פֿירן אָדער אײַנצאַמען אַ הונט |
האַלדזקריסקע | שטײַף, געקנײטשט קעלנערל |
הלצהלע | קלײנע הלצה, שפּאַס, װיצל |
הענגפֿליִער | אַ מין פֿליװאַרג װי אַ גרױסער זעגל, װאָס מע שפּרינגט מיט אים אַראָפּ פֿון דער הײך און שװעבט דערנאָך אין דער לופֿטן |
טערינע | אַ צוגעדעקטע שיסל, װאָס מע דערלאַנגט אין איר זופּ |
טרושקאַװקע | טרוסקאַפֿקע, יאַגדע |
טרעטערל | טעפּעכל, קילימל |
טרעפּגאַנג | דער טײל פֿון בנין װאָס באַשטײט פֿון טרעפּ װאָס פֿירן אַרױף און אַראָפּ; טרעפּנהױז |
יאָצמאַך | 1) אַ חוזק־װאָרט פֿאַר אַ װײַט פֿאַרװאָרפֿן אָרט; 2) אַ נאַר |
כּישופֿאַטע | (חוזק־לשון) כּישופֿדיק |
ליגוסטער | אַ מין קוסט װאָס איז פּאָפּולער צום בױען לעבעדיקע פּלױטן |
לײעניש: אַ האַרב ל׳ | אַ שװער לײענען, אַ פֿאַרװיקלטע פּראָבלעם |
מיסטל | אײביק־גרינער קוסט װאָס טשעפּעט זיך אָן אין בײמער און זױגט פֿון זײ אַרױס די נערונג. ניטל איז מ׳ אַ סגולה צו ליבע: מע הענגט אים אױף איבער די טירן, און אַז צװײ מענטשן געפֿינען זיך אונטער אים, דאַרפֿן זײ זיך געבן אַ קוש |
מישתּאָות־ושׂימחות | [מישטאָ֜יעס װעסי֜מכעס] סעודות, הוליאַנקעס |
נאָזפֿליגל | נאָזלעכער |
ניטל־קנאַקערל | ניטל־דעקאָראַציע פֿון קאַרטאָן; אַז מע גיט עס אַ צי פֿון בײדע עקן, גיט עס אַ קנאַק, און אינעװײניק טרעפֿט מען כּל־מיני שפּילעכלעך און טשאַטשקעלעך |
ניצן | 1) באַניצן זיך מיט, אָנװענדן; 2) דינען, צו נוץ קומען |
נעזנבױם | אַ מין בױם; נעזבױם, קליאָן |
ס׳װאָע׳ | [סו֜ע] טאַקע אמת; פֿאַרקירצונג פֿון „דאָס װאָר“, באַזונדערס פֿאַרשפּרײט אינעם פּױלישן ייִדיש |
סם־געפּעלעך | [סאַמ] צײנדעלעך בײַ אַ שלאַנג, װאָס לאָזן אַרױס סם בײַם אַרײַנבײַסן |
ערשטיאָרלער | אַ תּלמיד אינעם ערשטן יאָר |
פֿאַלטיר | אַ טיר װאָס דעקט צו אַ לאָך; אָפֿט מאָל אַ באַהאַלטענער דורכגאַנג |
פֿאָרװערטס | (דײַטשמעריש) פֿאָרױס |
פּאַרענטש: פּ׳עס | בײַ אַ ספּאָרטמאַטש אָדער אַן אַנדער גרױסן געשעעניש, אַ רײ בענק אױסגעשטעלטע אױף אַ פּלאַטפֿאָרמע װי טרעפּ, װוּ דער עולם זעצט זיך אױס |
פּאַרקיר־מעסטער | אַ מכשיר, װאָס מע טוט אין אים אַרײַן דאָס געלט אַז מע װיל פּאַרקירן דעם אױטאָ אױף דער גאַס |
פּיקירן | פּלוצלינג זיך אַראָפּלאָזן פֿון דער הײך מיט אַ גרױסן אימפּעט, װי אַ רױבפֿױגל אָדער באָמבאַרדיר־עראָפּלאַן |
פֿירװאַרפֿן | אױפֿװאַרפֿן, פֿירהאַלטן, מאַכן אַ פֿירװאָרף |
פּניאָק | אָפּגעהאַקטער שטאַם פֿון אַ בױם; פּניאַק |
פֿעסל | חוזק־װאָרט פֿאַר אַ דיקן מענטשן |
פֿראַטער | טיטל פֿאַר אַ מאָנאַך אין געװיסע קריסטלעכע אָרדנס |
פּראָמפּט | גלײַך, באַלד, פּלוצלינג |
פֿריטל | אַ דינער פּאַס קאַרטאָפֿל, אָפּגעפּרעגלט אין בױמל |
צומײַסטערעװען | צונױפֿשטוקעװען, אױסמײַסטרעװען |
צינדערל | מכשיר אױף אָנצוצינדן פּאַפּיראָסן |
צירקגעצעלט | הױפּטסטרוקטור פֿון אַ צירק; גרױס, קײַלעכיק געצעלט |
צעהײַלן זיך | אָנהײבן מאַכן געװאַלדן, צעליאַרעמען זיך, צעװױען זיך |
צעטאָפּען זיך | צעלאָזן זיך, צעגײן (װי אײַז) |
קאַרי | אַ מין מאכל, צוגעפּראַװעט מיט אינדישע בשׂמים |
קװיטשסאָװע | אַ מין סאָװע, באַקאַנט פֿאַר אירע שנײַדיקע געשרײען |
קידען זיך | װאַרפֿן זיך, פּיעשטשען זיך (בײַ אַן אױפֿגערעגטן קינד װאָס לאָזט זיך נישט באַרויִקן) |
שאַרפֿבלעטער | אַ מין אײביק־גרין געװיקס מיט שאַרפֿע בלעטער און רױטע יאַגדעלעך, אַ פּאָפּולערע ניטל־דעקאָראַציע; ’האָלי‘ אױף ענגליש |
שטױבפֿאַרביק | מיט אַ קאָליר װי שטױב; ברױן־גרױ |
שטינקעלעך ערשטעלעך | חוזקדיק צונעמעניש פֿאַר ערשטיאָרלערס |
שטראָפֿשאָס | אין געװיסע ספּאָרטשפּילן, די געלעגנהײט צו פּרוּװן אַרײַנשיסן דעם באַלעם אין טױער; װערט באַװיליקט אַז די אַנדערע מאַנשאַפֿט באַגײט אַ פֿאַול |
שלאָפֿפֿורעם | שטײגער און צײַט פֿון שלאָפֿן |
שנײקישעלעך | אַ מין װײך, װײַס זיסװאַרג װאָס מע בראָט אָפֿט מאָל אָפּ אױף שפּיזלעך בײַם לאַגערפֿײַער; ’מאַרשמעלאָ‘ אױף ענגליש |
שפּײַז־פּראָצעסירער | אַ מכשיר אױף צו צעשנײַדן אינגרעדיענטן אױף קלײנטשיקע שטיקעלעך; צעפּיצלער |
שפּײַזאַלמער | צימערל אָדער שאַפֿע אין הױז, װוּ מע האַלט אינגרעדיענטן און עסנװאַרג װאָס מוזן נישט שטײן אין אײַזקאַסטן; שפּײַזאַרניע |
![]() |