J.K. rowling

YIDDISH HARRY POTTER | J.K ROWLING | ARUN SCHAECHTER VISWANATH


Photo by Debra Hurford Brown © J.K. Rowling 2018

J.K. ROWLING is best known as the author of the seven Harry Potter books, which were published between 1997 and 2007. The idea for Harry Potter famously came to her during a delayed train journey from Manchester to London. The enduringly popular adventures of Harry, Ron and Hermione have gone on to sell over 500 million copies, be translated into over 80 languages and made into eight blockbuster films. Alongside the Harry Potter series, she also wrote three short companion volumes for charity: Quidditch Through the Ages and Fantastic Beasts and Where to Find Them, in aid of Comic Relief and Lumos, and The Tales of Beedle the Bard, in aid of Lumos. J.K. Rowling collaborated with playwright Jack Thorne and director John Tiffany to continue Harry’s story in a stage play, Harry Potter and the Cursed Child, which opened in London in 2016 and is now playing in Europe, North America and Australia. In the same year, she made her debut as a screenwriter with the film Fantastic Beasts and Where to Find Them, the first in a series featuring Magizoologist Newt Scamander, which was inspired by the original companion volume. When she is not writing about the Wizarding World, J.K. Rowling writes novels for adults set in the real world. For as long as she can remember she wanted to be a writer, and is at her happiest alone in a room making things up. She has received many awards and honours, including an OBE and a Companion of Honour, and a Blue Peter Gold Badge. She lives in Scotland with her family.

דזש. ק. ראָולינג איז באַװוּסט װי די מחברטע פֿון די זיבן בענד הערי פּאָטער, אַרױסגעגעבענע צװישן 1997 און 2007. װי באַקאַנט איז זי לכתּחילה געפֿאַלן אױפֿן געדאַנק פֿון הערי פּאָטער בשעת אַ פֿאַרשלעפּטער נסיעה אױף דער באַן פֿון מענטשעסטער קײן לאָנדאָן. נישט־געקוקט אױף אַזאַ באַשײדענעם בראשית האָבן די ביז הײַנט נאָך שטאַרק פּאָפּולערע אַװאַנטורעס פֿון הערין, ראָנען און הערמיאָנען זיך פֿאַרקױפֿט אין 500 מיליאָן עקזעמפּלאַרן און איבערגעזעצט געװאָרן אױף העכער 80 לשונות; דערצו האָט מען פֿון זײ געמאַכט 8 פֿילמען, שלאַגערס אַלע. אַחוץ דער סעריע הערי פּאָטער האָט זי אױך אָנגעשריבן דרײַ באַגלײטביכלעך כּדי צו שאַפֿן געלט פֿאַר בריטישע צדקה־אָרגאַניזאַציעס: שיסבעזעם אין משך פֿון די דורות און פֿאַנטאַסטישע חיות און װוּ זײ צו טרעפֿן לטובֿת ‘קאָמיק רעליף’ און ‘לומאָס’, און די מעשׂהלעך פֿון בידעלע באַרד לטובֿת ‘לומאָס’. אין 2016, האָט דזש. ק. ראָולינג געשאַפֿן אַ המשך צו העריס געשיכטע אין צוזאַמענאַרבעט מיטן דראַמאַטורג דזשעק טאָרן און דעם רעזשיסאָר דזשאָן טיפֿאַני אין דער פֿאָרעם פֿון אַ פּיעסע, הערי פּאָטער און דאָס פֿאַרשאָלטענע קינד, װאָס האָט זיך געעפֿנט אין לאָנדאָן און שפּילט שױן איבער גאָר דער װעלט. אינעם זעלבן יאָר האָט זי דעביוטירט װי אַ סצענאַריסטקע מיטן פֿילם פֿאַנטאַסטישע חיות און װוּ זײ צו טרעפֿן, דער ערשטער אין אַ סעריע װעגן דעם מאַגיזאָאָלאָג ניוט סקאַמאַנדער, אינספּירירט פֿונעם אױבן דערמאָנטן באַגלײטביכל. זי האָט נאָך פֿון די קינדער־יאָרן אָן געװאָלט זײַן אַ שרײַבערין, און דאָס זיצן אַלײן אין אַ צימער און אױסטראַכטן מעשׂיות איז טאַקע איר גרעסטע הנאה. זי האָט באַקומען פֿאַרשידענע פּרעמיעס און אױסצײכענונגען, צװישן זײ אַן OBE (‘העכסטער אָרדן פֿון דער בריטישער אימפּעריע’), Companion of Honour (נאָך אַ בריטישע ערן־חבֿרשאַפֿט), און אַ גאָלדענעם Blue Peter Badge. זי װױנט מיט איר משפּחה אין שאָטלאַנד.